פנחס גלויבער פען
Pinches Glauber - Yiddish
פנחס גלויבער - על רגל אחת
Author
פנחס גלויבער פען
Category
Podcast website
Latest episode
Dec 20, 2023
Where to listen?
Podcasts in the app Replaio Radio Coming soonPodcasts are coming to the app soon. Install now and be the first to see a whole new take on podcasts
Episodes
Turkey's Desperate Measures 17.02.2022 16:18
טערקיי פרובירט אנווארעמען די באציאונגען מיט מדינת ישראל, אבער ווי עס זעט אויס קומען די באמיאונגען מער פון פארלוירנקייט וועגן דעם קאטאסטראפאלן מצב פון דער טערקישער עקאנאמיע
Nothingness 15.02.2022 30:48
אייביג איז פאראן עפעס וואס פילט אן דעם חלל, אפילו ווען צו די אויגן זעט עס אויס גענצליך ליידיג. ווי ווייט דארפן מער קריכן צו טרעפן א שטיק ריינעם גארנישט מוחלט?
Bidens Inflation Problem 10.02.2022 17:03
אמעריקע מוטשעט זיך מיט אינפלאציע און פרעזידענט ביידן פלאגט זיך מיט א לייטישן אויסוועג פון דעם פלאנטער, וואס איז דערווייל נישטא.
Napoleon and Jews 09.02.2022 33:08
נאפאליאן איז געווען א מערקווירדיגע פערזענליכקייט מיט אסאך סתירות, און זיין שייכות מיט און באציאונגען צו אידן זענען באזונדער אייגנארטיג.
Amnesty Apartheid Report 03.02.2022 14:49
׳אמנעסטי׳ באשולדיגט מדינת ישראל אין פירן אן אפארטהייד ווירטשאפט. וואס איז די באשולדיגונג און פארוואס איז מדינת ישראל אזוי ברוגז?
Eye and Sight 31.01.2022 31:23
אזוי ווייט ווי דאס אויג קען זען, רעדט מען פון א גליד וואס איז מלא חידוש. א בליק אין אונזערע אויגן מיט אביסל ליכט אויף דער זע-קראפט.
Russia - EU Gas 27.01.2022 16:52
אמעריקע דראעט מיט סאנקציעס אויב רוסלאנד וועט אטאקירן אוקראינע. פארוואס קימערן די דראאונגען נישט פוטין? פארוואס פילט ער זיך אזוי פארזיכערט אז אייראפע וועט זיך נישט צושטעלן? **** א ווארעם הארץ האט אויפגעהערט קלאפּן. לאמיר עפענען אונזערע הערצער פאר דער משפחה פון ר' ברוך יהודה לעבאוויטש ז"ל - https://www.charidy.com/Neshimu
5G Controversy 21.01.2022 15:06
סעלפאון פירמעס שטעלן ארויס 5g און עירליין קערפערשאפטן האבן אויפגעהויבן א געוואלד. די פעדעראלע רעגירונג האט דערווייל נישט געגעבן קיין קלארן פסק ווער איז גערעכט, אבער אינדערצווישן ווילן מיר פארשטיין איבער וואס מ'טענה'ט זיך.
Body after Death 18.01.2022 26:53
פון דער ערד קומען מיר און צו דער ערד גייען מיר צוריק. וואס געשעט מיט אונז אבער נאך דעם?
Kazakhstan Unrest 18.01.2022 16:34
קאזאקסטאן איז א ריזיג לאנד מיט א קאמפליצירטער באפעלקערונג און א שפע פון אויל און אויך קנאה-שנאה, וואס איז טאקע די אמת׳ע און עיקר סיבה צו די יעצטיגע אומרוען
Turkish Lira Downfall 12.01.2022 32:05
די טערקישע מטבע גאלאפירט בארג אראפ און שלעפט מיט זיך די גאנצע עקאנאמיע. פארוואס האט פרעזידענט ארדואן מחליט געווען צו מאכן פאליסיס וואס פירן נאר צו ערגערע תוצאות? * גמ"ח הלוואות צו העלפן אידן מצליח זיין אין ביזנעס: 732-228-8374
PAC - Political Action Committee 10.01.2022 15:16
וואס מיינט א PAC? וואס טוט אזא קערפערשאפט און וואו ליגט זיין כח? מיט וואס איז א 'פּעק' אנדערש ווי א לאבי?
Covid Panic Psychology 30.12.2021 17:06
'אמיקראן' איז מילדער ווי די פריערדיגע קאואוויד-גלגולים, אבער אין דער צייט וואס דער לחץ ביי מענטשן האט שוין נאכגעלאזט, זענען רעגירונגען געבליבן מיט'ן דרוק. פארוואס פאניקן די פירער ווען דער המון עם איז סאך רואיגער?
E = mc2 28.12.2021 30:15
וועגן א מאטעמאטישן סימבאל פון אלבערט איינשטיין, וואס האט רעוואלוציאנירט די וועלט און אונז איבערגעלאזט מיט דער אטאם-באמבע
Iran's Proxy Wars 23.12.2021 15:45
די מלחמה מיט איראן וועגן וועלכער מ'זארגט זיך האט שוין באמת לאנג אויסגעבראכן, און דער קריג פלאקערט בעיקר ביי די גרעניצן פון די צוויי אנטי-איראן אליאירטע, מדינת ישראל און סאודי אראביע
Mindfulness 23.12.2021 27:42
א פאר באוואוסטניזיגע ווערטער וועגן 'מיינדפולנעס' — א מיטל וואס העלפט אונז איבערקומען פיזור הנפש און זיך באזעצן באקוועמער און מיט מער קאנצענטראציע אין מציאות פונעם הווה
Debit Ceiling 16.12.2021 16:05
אין דער לעצטער מינוט האט קאנגרעס מסכים געווען צו פארגרעסערן דעם חוב-לימיט פון דער אמעריקאנער רעגירונג. וואס איז דער 'חוב דאך' און וואס וועט געשען אויב די רעגירונג הערט אויף צאלן אירע חובות?
Qatar - Turkey 15.12.2021 30:16
אינעם טומעל מיט איראן ווערט פארשלינגען דאס גערודער פון צוויי אנדערע מיטל-מזרח צרה-לייט, וואס שטייען אונטער רוב מהומות אין דער איסלאמישער וועלט. וואס און וויאזוי האט צוזאמגעברענגט די צוויי פרעמדע לענדער, טערקיי און קאטאר?
Russia - Ukraine 15.12.2021 14:33
רוסלאנד און אוקראינא האבן מאביליזירט זייערע ארמייען ביי דער גרעניץ, און די מערב-וועלט ווארנט פוטין נישט צו נעמען קיין מיליטערישע שריט. פארוואס זענען די צוויי סלאווישע שכנים צע'ברוגז'ט און וואס ליגט אונטער דעם קאנפליקט?
Alexander Hamilton (3) 07.12.2021 28:19
געטריבן פון זיינע פרינציפן האט העמילטאן זיך געטראפן שטרייטן מיט א פרישן קעגנער, וואס האט אים געפירט צו העלפן זיין ארכי-שונא דזשעפערסאן ווערן פרעזידענט — ביז העמילטאן האט געטראפן א פריצייטיגן טויט דורכאויס א פארמעסט מיט א פאליטישן קעגנער. ** איר זענט אין ביזנעס און זוכט צו וואקסן? EPI גיט אינטערעסט-פרייע הלוואות פון א פאנד געווידמעט פאר דעם צוועק לשם מצוה. רופט 732-228-374, אדער שיקט אן אימעיל צו i...
Omicorn Variant 03.12.2021 15:17
א נייער מיטגליד האט זיך באוויזן ביי דער קאראנא-וויירוס משפחה. זיין נאמען איז 'אמיקראון' און ער איז מער און אנדערש אנטוויקלט ווי די ביז-יעצטיגע ווערסיעס פונעם וויירוס. מומחים זענען באזארגט וועגן 'אמיקראון', אבער ס'איז נישט דווקא טאקע שלעכטע נייעס
Alexander Hamilton (2) 01.12.2021 32:42
די אידאלאגישע חילוקי דעות און מערכות צווישן אלעקסאנדער העמילטאן און טאמאס דזשעפערסאן, וואס האט זיך געענדיגט מיט ביידנ'ס רעזיגנאציע פון וואשינגטאנ'ס רעגירונג, ביז העמילטאנ'ס אנטוישונג מיט פרעזידענט דזשאן עדעמס
Hezbollah 24.11.2021 15:27
אוסטראליע האט קאליסיפיצירט 'כעזבאלא' אלס א טעראר-גרופע. פארוואס נעמט עס אזויפיל יאר ביז אנטי-טעראר לענדער לייגן ארויף דעם טעראר-סטעמפל אויף קלארע טעראר-גרופעס?
Alexander Hamilton (1) 24.11.2021 33:26
ווייניג מענטשן האבן געהאט אזא השפעה אויף דער סטרוקטור פון דער פעדעראלער רעגירונג און אמעריקאנער עקאנאמיע ווי אלעקסאנדער העמילטאן, א פערזענליכקייט וואס ווערט נאך היינט אפגעלערנט אויף מערערע אופנים. — אינעם ערשטן טייל באקענען זיך מיר מיט'ן מענטש און זיינע ערשטע שריט אינעם נייעם לאנד, ביז'ן אויפגענומען ווערן אלס פינאנץ-סעקרעטאר אין דער רעגירונג פון דזשארדזש וואשינגטאן.
Repeal of the 2002 AUMF 17.11.2021 14:31
אין 02' האט פרעזידענט בוש באקומען רשות פון קאנגרעס צו ניצן דאס מיליטער פאר אקציעס אין איראק. פארוואס האט קאנגרעס יעצט מחליט געווען מבטל צו זיין יענעם רעכט?
Similar podcasts
Replaio is not a podcast publisher; show names, artwork and audio belong to their authors and are distributed through public RSS feeds.