פנחס גלויבער פען
Pinches Glauber - Yiddish
פנחס גלויבער - על רגל אחת
Author
פנחס גלויבער פען
Category
Podcast website
Latest episode
Dec 20, 2023
Where to listen?
Podcasts in the app Replaio Radio Coming soonPodcasts are coming to the app soon. Install now and be the first to see a whole new take on podcasts
Episodes
Ruble Recovery 25.05.2022 18:26
די מערב-וועלט האט ארויפגעלייגט שווערע סאנקציעס אויף דער רוסישער עקאנאמיע -- וואס איז שטייט דערווייל למעשה אין א גאנץ גוטן מצב. וויאזוי האט דער רובל זיך באוויזן אזוי שטארק זיך צוריקצוכאפן?
Atoms and Molecules 24.05.2022 34:03
אלעס אין דער בריאה איז צוזאמגעשטעלט פון קלענערס. לאמיר זיך באקענען מיט די 'ציגל' פון וואס אלעס באשטייט ביים יסוד
Why Ice Floats 18.05.2022 30:08
ווען עפעס וועגט מער ווי וואסער, זינקט עס אראפ אונטן. פארוואס אויב אזוי בלייבט אייז שווימען פון אויבן? און וויאזוי בלייבן די פיש איבערלעבן די פראסטיגע ווינטער וואכן?
EU at Crossroad 12.05.2022 19:04
די אוקראינישע קריזיס האט ארויפגעברענגט צום אויבערפלאך שפאלטנס צווישן די אי-יו לענדער, אסאך פון וועמענס אינטערעסן זענען זיך אפטמאל סותר. וואס ווארט אפ דעם אייראפעאישן פאראיין?
Real Feel Temperature 10.05.2022 27:31
׳די טעמפעראטור איז כך וכך, אבער פילן פילט זיך עס ווי ככה וככה. דהיינו? אויך, וואס איז דאס שייכות פון א פראסטיגן ווינט ביז א פרישן לופטל?
Sri Lanka Crisis 08.05.2022 19:17
דאס אינזל סרי לאנקא שטייט אויפן שוועל פון באנקראט, און רופט ארויס זארגן צוליב אסאך ענליכקייטן מיט צענדליגער אנדערע לענדער. -- אויך, די ראלע וואס די אוקראינע-קריזיס שפילט דא, און וויאזוי כינע האט באוויזן דארט אריינצושטעלן א פוס
International Criminal Court 02.05.2022 37:13
רוסלאנד זאל אנגעקלאגט ווערן איינעם אינטערנאציאנאלן געריכט. וואס איז דאס, דער איי-סי-סי? ווער האט אים מייסד געווען און צוליב וועלכן ציל? און אין וואס באשטייט דער כח פונעם געריכט?
Antisemitic Surge 29.04.2022 16:59
באריכטן דערציילן וועגן אן אויפשטייג פון שנאת ישראל אין מערב-וועלט לענדער. ווער האט אונז פיינט און וואס זענען זייערע טענות?
What is time? 25.04.2022 33:00
כ׳האב נישט קיין צייט. כ׳האב נישט קיין -- וואס? וואס איז צייט און פארוואס פירט זי זיך אויף אזוי מאדנע? דעם ענטפער האבן מיר נאכנישט, אבער די סברות וואס דער דיון ברענגט ארויף זענען פאנטאסטיש ביז גאר
Cuban Missile Crisis 20.04.2022 1:10:50
די קובאנישע מיסיל קריזיס מיט א זעכציג יאר צוריק האט אפגעפירט אמעריקע און רוסלאנד צום שוועל פון א נוקלעארן קריג. לאמיר זיך באקענען מיט דער פאליטישער שאך-שפיל און אומגעלומפערטע מיספארשטענדענישן וואס האבן כמעט געפירט צו אן אויפרייס
Son of a Nazi 19.04.2022 54:27
די מערקווערדיגע געשיכטע פון דעם זון פון א נאצי וואס האט זיך באקענט מיט זיין טאטנס טונקעלער פארגאנגענהייט און צום סוף זיך מגייר געווען.
Russian Debt Default 14.04.2022 16:07
רוסלאנד איז דיפאלטעד אויף אירע חובות. וואס מיינט דאס, וויאזוי איז עס געשען, און וואס פאסירט דא ווייטער?
Putin Russian Ukraine nazi claim. 07.04.2022 17:18
פוטין שרייט חי וקיים אז אוקראינע איז פול מיט נאציס, וואס קאנטראלירן די ארטיגע ווירטשאפט. פון וועמען רעדט דא דער רוסישער מנהיג?
Common Cold 05.04.2022 31:40
א פארקילעכץ איז נישט מער ווי אן אומבא׳טעמ׳טע איבערלעבעניש, אבער אין דער זעלבער צייט אויך אן אומהיילבארע מחלה. וואס ליגט אונטער א קאלד און וואס איז זיין שייכות מיט ווינטער?
Russia-Ukraine Fault 31.03.2022 18:22
רוסלאנד האט אינוואדירט די זעלבסטשטענדיגע שכינות׳דיגע אוקראינע, און די מערב-וועלט האט רעאגירט מיט שארפע שריט. די שאלה בלייבט צי רוסלאנד טראגט אליין די שולד פאר׳ן יעצטיגן מצב.
Electricity 28.03.2022 31:08
עלעקטריציטעט איז א כח וואס באלעבט אזויפיל חפצים און טעטיגקייטן פונעם לעבן, און מיר כאפן א בליק אין די קישקעס פון דער קראפט צו זען וויאזוי זי באווייזט דאס אלעס דורכצופירן.
War Impact on Food Prices 23.03.2022 14:39
עסן-פרייזן שטייגן אלס תוצאה פון דעם רוסלאנד-אוקראינע קריג. וואס איז דאס שייכות פון א מלחמה אין מזרח אייראפע ביז די קאסטן פון קאווע-בונדלעך אין בראזיל?
Swiss Neutrality 23.03.2022 15:29
שווייץ איז א שטיל, רייך לאנד וואס שטייט זייער ווייט פון יעדן סארט סיכסוך. וואס דער סוד אונטער דער לעגענדארער נייטראליטעט וואס האט געשיצט אויף שווייץ ווען ארום איר האט אלעס געברענט?
History of Hawaii 14.03.2022 30:45
היסטאריע פון האוואאי: וויאזוי א זעלבסשטענדיגע פאציפישע מלוכה איז אנגעשלאסן געווארן אלס סטעיט אין די פאראייניגטע שטאטן
Do Sanctions Work? 10.03.2022 17:37
סאנקציעס אויף איראן, סאנקציעס אויף כינע, ,סאנקציעס אויף רוסלאנד: וואס זענען סאנקציעס, וואס איז דער ציל מיט'ן זיי ארויפלייגן אויף אנדערע, און בעיקר — פירן זיי טאקע צו די געוואונטשענע רעזולטאטן?
Winemaking 08.03.2022 33:09
וויין מאכט פרייליך, אבער וויאזוי מאכט מען וויין? א כללית׳דיגע און תמצית׳דיגע איבערזיכט אויף דער סוגיא, פון די טרויבן ביז די פלעשער אויף די פאליצעס פון געשעפטן
Why Russia is invading Ukraine 04.03.2022 38:35
רוסלאנד אטאקירט אוקראינע און ארויסגערופן שארפע רעאקציעס פון אלע זייטן. פארוואס איז אוקראינע אזוי וויכטיג פאר פוטין, אז ס׳זאל זיך אים לוינען צו צעשלאגן דערוועגן מיט א האלבער וועלט?
Khazarian Jews 01.03.2022 37:02
דאס לאנד קוזאריע, די ׳כוזרים׳, האבן זיך מגייר געווען אין דער תקופת הגאונים, אבער ווערן כמעט איגנארירט דורך דער אידישער וועלט. ווער זענען זיי געווען און וואוהין זענען די כוזרים פארשוואונדן?
PTSD Oxygen Therapy 25.02.2022 14:44
פי-טי-עס-די איז א פסיכישע שוועריגקייט וואס האט נישט געהאט קיין גוטע לעזונג, אבער יעצט ווייזן די תוצאות פון א שטודיע מיט א רפואה דורך אקסיגאן אז די השגחה האט מעגליך מגלה געווען א הייל-מעטאד
The Vatican and the Temple Vessels 22.02.2022 31:55
די שאלה וואו די כלי המקדש זענען פארשוואונדן איז כמעט אזוי אלט ווי דעם גלות, אבער עס זענען פאראן אנדייטונגען און אפילו עדות׳שאפטן פון די לעצטע הונדערט יאר וואס באשטעטיגן די שמועה אז זיי געפינען זיך באהאלטן עטליכע שטאק אין דער ערד אונטער דעם וואטיקאן
Similar podcasts
Replaio is not a podcast publisher; show names, artwork and audio belong to their authors and are distributed through public RSS feeds.