פנחס גלויבער פען

Pinches Glauber - Yiddish

News YI ↓ 319 episodes

פנחס גלויבער - על רגל אחת

Author

פנחס גלויבער פען

Category

News

Podcast website

podcasters.spotify.com

Latest episode

Dec 20, 2023

Where to listen?

Podcasts in the app Replaio Radio Coming soon

Podcasts are coming to the app soon. Install now and be the first to see a whole new take on podcasts

Get it on Google Play Install for free Android 5M+ downloads · 4.8 rating iOS soon

Episodes

Rabonon Savoiroe 24.08.2022

וואס האט געפירט צו דער חתימת התלמוד וואס האט 'פארמאכט' די גמרא און אפגעשלאסן יענע תקופה? און ווער זענען געווען די רבנן סבוראי, וואס האבן געלעבט אין איינער פון די פארנעפלסטע תקופות אין אונזער היסטאריע?

China's Debt Problem 18.08.2022

כינע מוטשעט זיך מיט א שווערן לאסט פון אומבאצאלטע חובות, וואס זי פארבארגט פאר ארעמע לענדער. פארוואס ווארפט זיך דער אזיאטישער ריז מיט געלט און וואס טרייבט אים צו שפעקולירן מיט אזעלכע ריזיקאלישע אינוועסטמענטס?

Cancer & Chemo 16.08.2022

וויאזוי אנטוויקלט זיך די מחלה וועמענס נאמען מיר פרובירן נישט ארויסזאגן פון מויל? א מעשה מיט צעלן וואס פארלירן זייער באלאנץ און פראדוצירן קאפיס פון זיך אן קיין חשבון, פאר וועמען מען דארף ניצן שארפע מיטלען איינצוצוימען זייער גאלאפ

Trump Raid 11.08.2022

עף-בי-איי אגענטן זענען איבערגעפאלן דעם הויז פון געוועזענעם פרעזידענט טראמפ, וואו זיי האבן געזוכט עפעס און נישט געוואלט זאגן וואס. וואספארא געזעץ זאל טראמפ האבן פארלעצט אז א ריכטער זאל האבן באשטעטיגט אזא אבלאווע?

Blood 10.08.2022

דאס בלוט לויפט שטילערהייט איבער צענדליגער טויזנטער מייל פון אדערן, און מאכט זיכער אז יעדער צעל באקומט וואס ער דארף צו קענען אנגיין מיט זיין ארבעט. וויאזוי באווייזט אזא באשיידענער סכום פליסיגקייט פון אביסל מער ווי א גאלאן אויסצופירן אזא שווערע אויפגאבע?

China Taiwan Conflict 04.08.2022

דער באזוך פון ספיקער פעלאוסי אין טאיוואן און דער ירגזון וואס ס'האט אויפגעברענגט אין בעידזשינג איז די לעצטע אנטוויקלונג פון א לענגערן געפעכט, וועמענס שרשים גייען צוריק עטליכע הונדערט יאר

Russia and the Jewish Agency 28.07.2022

רוסלאנד האט פלוצלונג און אן אנגעבן קיין סיבה באפוילן דעם 'אידישן אגענטור' אויפצוהערן מיט אירע טעטיגקייטן אין רוסלאנד. וואס ליגט אונטער דעם שריט און וואס פרובירט דער קרעמלין צו עררייכן?

Chazal During Bayis Sheini (2) 26.07.2022

תורה שבעל פה דורכאויס תקופת בית שני: די לעצטע זוגות און דער ערשטער דור פון די תנאים, מיט די מחלוקת וואס האבן זיך פארמערט אין יענער שטורעמישער תקופה. אויך, דער אמט פון נשיאות און דאס צוגעבן א טיטל צום נאמען וואס איז דעמאלט נולד געווארן

Russia Iran & Turkey Summit 21.07.2022

ביידען האט פארענדיגט זיין מיטל-מזרח רייזע און פוטין איז אפגעפלויגן קיין טעהעראן אויף א באגעגעניש וואס האט אויך אריינגענומען דעם טערקישן פרעזידענט. וואס וויל ווער פון וועמען און וואס איז דער מעסעדזש וואס פוטין וויל מסתמא ביידען זאל הערן?

Chazal during Bayis Sheini (1) 20.07.2022

תורה שבעל פה הייבט זיך פריער און ענדיגט זיך שפעטער ווי די תקופה פונעם צווייטן בית המקדש. לאמיר זיך באקענען מיט חז"ל דורכאויס די צייטן פון תקופת בית שני

Curse of Tutankhamun 19.07.2022

די געשיכטע מיט א פרעה וואס איז געשטארבן יונג און אונטער אומקלארע אומשטענדן, וועלכער איז באגראבן געווארן מיט א קללה וואס איז געבליבן ווירקן ביז איבער 3,000 יאר שפעטער

US Gun Culture 14.07.2022

די פאראייניגטע שטאטן איז ווי א פאס פולווער מיט מער גאנס ווי מענטשן און מער רציחות מיט רעוואלווערס ווי אנדערע ערטער. פארוואס שלאגט מען זיך אזוי איבער'ן געווער און וואס ליגט ביים יסוד פונעם סכסוך?  

What's Quantum Mechanics? 12.07.2022

איינמאל פאר אלעמאל: וואס מיינט ׳קוואנטום פיזיקס׳ און פארוואס איז דער נושא אזוי מאדנע און מיסטעריעז?

Animal Human Rights 07.07.2022

א דיון אין ניו יארקער העכסטן געריכט האט זיך געענדיגט מיט'ן פסק אז אן עלעפאנט האט נישט קיין מענטשליכע רעכטן. וואס איז די אנקלעגער איינגעפאלן אז יא, און פארוואס זענען בכל זאת געווען צוויי ריכטער וואס האבן אויך אזוי פארשטאנען?

Megilas Taanis 06.07.2022

מגילת תענית איז לכאורה געווען דער ערשטער חלק פון תורה שבעל פה וואס חז"ל האבן אראפגעשריבן. וואס איז מגילת תענית? אויך, א פאר ווערטער וועגן די אומשטענדן וואס האבן געהערשט ווען די דאזיגע 'מגילה' איז געשריבן געווארן

Israels Political Chaos 04.07.2022

די מדינת ישראל רעגירונג איז צוזאמגעפאלן און ווי ס'זעט אויס גייט מען צו וואלן צום פינפטן מאל אין דריי יאר. פארוואס איז אזוי שווער פאר א קאאליציע זיך צו האלטן לענגער ווי פון תענית אסתר ביז פורים? פארוואס זענען די פארטייען אזוי פורימ'דיג און וואס זענען די אויסזיכטן פאר די קומענדיגע בחירות?

Change 27.06.2022

פארוואס איז אזוי שווער צו טוישן א רגילות וואס מיר ווייסן ברענגט אונז אזויפיל שאדן און שוועריגקייטן? דאס אחריות ליגט אין א מיספארשטענדעניש וועגן 'טויש' און דעם אופן וויאזוי דער מח פארשטייט שינוי

EU-Israel Gas 23.06.2022

רוסלאנד רעדוצירט די גאז ליפערונגען קיין אייראפע, וועלכע האט דורכגעפירט אן אפמאך אנצוהייבן קויפן גאזאלין פון מדינת ישראל. אינדערצווישן האט מדינת ישראל אטאקירט דעם לופטפעלד אין דמשק, וואס האט ארויסגערופן א שארפע רעאקציע פון רוסלאנד

Higher Dimensions (3) 21.06.2022

די חוקי הטבע זענען ברייטער ווי מיר זעען און דאס פלאץ איז ממש אונטער דער נאז און ביי די שפיץ פינגער. פארוואס אויב אזוי זעען מיר און ווייסן מיר נישט וועגן זיי?

USB-C 17.06.2022

א ניי אי-יו געזעץ צווינגט אלע טעכנאלאגישע מכשירים צו ניצן איין און דעם זעלבן סארט טשארדזשינג קעיבל. יעדער איז צופרידן מיט דעם נייעם איינשטעל, אויסער 'עפל'. וואס שטערט דער פירמע צו זיין גלייך מיט יעדן?

Higher Dimensions (2) 14.06.2022

סתירות אין חוקי הטבע, וואס שטימען פאר זיך אבער לאזן זיך נישט צוזאמשטעלן, ברענגט די וויסנשאפטליכע וועלט צו פארשטיין אז די בריאה איז נאך טיפער און פאראן א פלאץ וואו אלעס שטייט, אפילו ווען צו אונז זעט עס נישט אזוי אויס.

Al Jazeera Journalist Killed in Jenin 10.06.2022

אן 'אל דזשאזירא' זשורנאליסטקע איז גע'הרג'עט געווארן אין דזשענין, און דער קויל האט אפגעהילכט איבער דער וועלט. ווער ווייסט וואס און פארוואס איז נאך קיין געהעריגע אויספארשונג נאכנישט דורכגעפירט געווארן?

Higher Dimensions (1) 09.06.2022

מיר האבן אמאל ווייטאגליכע איבערלעבענישן דורך אנדערע מענטשן, אבער ס'איז נישט כדאי זיך לכבוד דעם צו פארמאכן און מורא באקומען פון מענטשן און דער סביבה. מיר פארדינען סאך מער דורך זיין אפן ווי דורך זיין פארמאכט

China - Taiwan 08.06.2022

רוסלאנד-אוקראינא ווערט געזען ווי א פארשפיל צו וואס קען קומען מיט כינע-טאיוואן, וואס ערקלערט צום טייל די שארפע רעאקציע פון די פאראייניגטע שטאטן צו פוטינ'ס אקט

Universal Speed Limit 08.06.2022

די בריאה קומט מיט א 'ספיד לימיט' -- א מאקסימום ווי שנעל ס'איז מעגליך צו פארן. לאמיר פרובירן בעסער צו פארשטיין וויאזוי דאס ארבעט

Listen to the Pinches Glauber - Yiddish podcast in Replaio

Radio and podcasts in one app - free, with no sign-up. Install today and do not miss the launch

Get it on Google Play

Replaio is not a podcast publisher; show names, artwork and audio belong to their authors and are distributed through public RSS feeds.