פנחס גלויבער פען
Pinches Glauber - Yiddish
פנחס גלויבער - על רגל אחת
Author
פנחס גלויבער פען
Category
Podcast website
Latest episode
Dec 20, 2023
Where to listen?
Podcasts in the app Replaio Radio Coming soonPodcasts are coming to the app soon. Install now and be the first to see a whole new take on podcasts
Episodes
Russian Oil Cap 08.12.2022 17:31
די סאנקציעס קעגן רוסלאנד האבן נישט געברענגט די געהאפטע תוצאות, און די מערב-וועלט פרובירט יעצט אן אנדערן מיטל
China COVID Protests 01.12.2022 18:02
מיליאנען כינעזישע בירגער זענען פארשלאסן אין זייערע הייזער, און זאטע פון דריי יאר 'לאקדאונס' האבן טויזנטער מענטשן זיך ארויסגעלאזט פראטעסטירן. פארוואס לאזט כינע נישט נאך פון דעם פאליסי?
Cognitive Dissonance 01.12.2022 31:29
וואס ליגט אונטער דעם 'עס פאסט אים נישט מודה צו זיין'? ווען קלוגע מענטשן עקשנ'ען זיך מיט זינלאזע נקודות וואס ער וואלט קיינמאל נישט מקבל געווען ווען א צווייטער וואלט זיי געזאגט
Tech Layoffs 30.11.2022 23:16
טוויטער האט אפגעזאגט אסאך ארבעטער. די נייעס ווערט פארלוירן אינעם שטורעם וואס דער נייער אייגנטימער אילאן מאסק האט מיט זיך געברענגט, אבער באמת שפילט זיך די זעלבע אפ אין אנדערע גרויסע פירמעס. די שאלה איז, וואס איז יעצט געשען
Thinking Clearly 30.11.2022 36:10
טראכטן קלאר איז נישט אזא קלארער ענין וואס קומט אונז גרינג אן. אבער קלאר טראכטן פירט צו קאנקרעטע מעשים, וואס ענדיגן זיך אפטער מיט געוואונטשענע תוצאות
G20 Summit 20.11.2022 18:48
פירער פון די צוואנציג מאכטפולסטע עקאנאמיעס טרעפן זיך ביי אן אסיפה וואס רופט זיך די 'G20 סומיט'. פארוואס איז די קערפערשאפט באשאפן געווארן און וואס שמועסט מען אויס ביי די יערליכע פארזאמלונגען?
Sensory Adaptation 15.11.2022 36:55
פארוואס אין חושך זעט מען א ליכט-שיין פון מיילן אוועק און ווען ס'איז ליכטיג באמערקט מען עס נישט ווען ס'איז עטליכע פיס ארויפצו? וויאזוי 'געוואוינט' דער קערפער זיך צו צו הייס וואסער? — ווען חושים חוש'ן מיט'ן מענטש
Jordan Israel Status Quo 13.11.2022 23:49
ירדן ווארנט די קומענדיגע מדינת ישראל רעגירונג קעגן טשעפן מיט'ן סטאטוסקווא אויפ'ן הר הבית. פארוואס איז דאס בעלות אויפ'ן בארג אזוי וויכטיג פאר'ן ירדנ'ישן קעניג?
Capitalism VS Socialism 09.11.2022 35:39
צו וועמען באלאנגט דאס פארמעגן פון א לאנד? ווער האט א רעכט אריינצורעדן אין דער פראדוקציע און די פרייזן? איז דער ציל פון אן עקאנאמישן סיסטעם צו העלפן די געזעלשאפט אדער באזארגן דעם יחיד? און וואס זאגט די תורה אויף דעם אלעם?
Explaining Israeli Elections 09.11.2022 20:09
מדינת ישראל האט נארוואס געשטימט פאר אירע פירער צום פינפטן מאל אין פיר יאר. פארוואס גייט מען אזוי אפט צו בחירות אין דעם לאנד? און ווער איז מחליט ווער ס'זאל שטיין ביים שפיץ?
Sleepwalking 02.11.2022 31:24
לבנה-קריכער זענען מענטשן וואס שפאצירן און טוען פארשידענע פעולות אינמיטן שלאף, אן וויסן דערפון בשעת מעשה אדער שפעטער. וואס געשעט ווען אזא איינער מאכט ערנסטע שלאף-שאדנס פאר א צווייטן?
Russia - Ukraine Pointing Fingers 27.10.2022 19:30
רוסלאנד און אוקראינא באשולדיגן דעם צווייטן אין פלאנען ערנסטע אקציעס וואס דער צווייטער וועט טאן און אנלייגן די שולד אויפ'ן אנדערן. די גרעסטע זארג? ביידע זאגן אז די אטאקעס וועלן געשען און ביידן שטייט אויס צו ליידן די תוצאות
Exploring into the Small World 24.10.2022 36:24
וואס געשעט ווען די גרויסע וועלט ווערט צוגעגעסן און מ'וויל באקומען א בליק אין דער קליינער בריאה? איז לאמיר זיך איינשרינקען און אריינקריכן אין א פארהוילענעם מציאות וואס געפינט זיך אונז ביי די שפיץ פינגער אבער לאזט זיך נישט זען.
OPEC, Saudi Arabia & US Relationship 20.10.2022 22:12
סאודי אראביע שיקט ווייניגער אויל אין א צייט וואס די פרייזן זענען אויפ'ן וועג ארויף, און דאס ווייסע הויז איז זייער ברוגז אויף דער החלטה. פארוואס רעכנט זיך סאודי אראביע טאקע נישט מיט די אינטערעסן פון איר אמעריקאנער ידיד?
Ethiopian Jews (Part 2) 14.10.2022 48:21
די עטיאפישע אידן האבן געוואוסט פון משנה און גמרא? פארוואס איז פון זייער מסורה כמעט נישט געבליבן קיין זכר? -- אן איבערזיכט אויף דער היסטאריע און איבערלעבענישן פון אונזערע ברידער וואס האבן דורות-לאנג געלעבט אפגעריסן פון דער איבעריגער אידישער וועלט.
Ethiopian Jews (Part 1) 06.10.2022 32:32
טויזנטער אידן האבן דורות אויף דורות געוואוינט אינעם לאנג עטיאפיע אפגעריסן פון אנדערע אידן. ווען זענען אונזערע ברידער דארט דערגאנגען און אוועקגעשטעלט דעם ערשטן ישוב?
Hijab Protests in Iran 02.10.2022 20:51
מאסן פראטעסטן שפילן זיך אפ אין איראן אנגעבליך צוליב דעם 'הידזשאב' פארבאט וואס האט געקאסט דאס לעבן פון א יונגער פרוי. בפועל ווערן די פראטעסטן געטריבן פון א טיפערער רוגזה קעגן דעם רעזשים. פארוואס איז דער עולם אזוי בייז אויף א פירערשאפט וואס זיי האבן געהאלפן ברענגען צו דער מאכט?
Red Heifer 28.09.2022 18:27
א סטאדע רויטע קי איז אנטפאנגען געווארן אין לופטפעלד דורך הונדערטער מענטשן. וואס איז די גדולה מיט די בהמות און וואס מיינט אפר פרה אדומה פאר אונז היינט?
Har Habayis 20.09.2022 38:09
אין די פרשיות לערנען מיר אסאך וועגן דעם 'מקום אשר יבחר השם', וואס מיר ווייסן שוין היינט איז געווען דער הר המוריה, אויף וועלכן דער בית המקדש איז שפעטער אויפגעבויט געווארן. וואס איז געווען דער מצב אויף דעם הייליגן בארג דורכאויס די באלד-צוויי טויזנט יאר פונעם חורבן?
British Monarchy 20.09.2022 22:00
די בריטישע מאנארכיע וואס ציט זיך שוין בערך טויזנט יאר האט למעשה זייער ווייניג כח אויף דער מלוכה און אירע מענטשן. -- געשיכטע פון א קעניג וועמענס מאכט פיגורירט בעיקר אויף פאפיר אבער וועמען די בריטישע באפעלקערונג וויל זאל בלייבן אויפן טראן
Prepping Kids for Trauma 13.09.2022 36:46
וואס ענטפערט מען די קינדער וואס פרעגן שאלות וועגן אומגליקן, שווערע בשורות, אדער טראומאטישע אומשטענדן וואס מאכן זיך אין דער סביבה אדער אין שטוב?
Pakistan Crisis 09.09.2022 21:21
פאקיסטאן איז אונטער וואסער און דאס לאנד איז אונטער סכנה פארפלייצט צו ווערן פון אן עקאנאמישער און פאליטישער קריזיס וואס די אויסטערלישע רעגנס האבן נאר ערגער געמאכט. — פארוואס האט דער פריערדיגער פירער אפגעווארפן הלוואה-אנבאטן און וויאזוי האט די פארפלייצונג געשעדיגט די פאקיסטאנער וואלוטע?
Helena of Adiabene 06.09.2022 28:13
חז"ל רעדן מיט גרויס הערצה וועגן דעם מענטש און מעשים פון הילני המלכה און מונבז המלך. ווער זענען געווען די צוויי פערזענליכקייטן און וויאזוי זענען זיי אנגעקומען קיין ירושלים?
Unrest in Iraq 02.09.2022 18:11
ערנסטע אומרוען אין איראק האבן אויפגעברענגט זארגן וועגן א ציווילער קריג. ווער שטייט אונטער די מהומות און וואס זוכט ער צו עררייכן?
Drought Crisis 25.08.2022 19:04
גרויסע היצן האבן זיך אראפגעלאזט אויף דער וועלט און מיטגעברענגט אן ערנסטע טרוקעניש, וואס מאטערט און דורשט אפ די מענטשן און זייערע פעלדער. שייך עפעס צו טאן דערוועגן?
Similar podcasts
Replaio is not a podcast publisher; show names, artwork and audio belong to their authors and are distributed through public RSS feeds.