פנחס גלויבער פען
Pinches Glauber - Yiddish
פנחס גלויבער - על רגל אחת
Author
פנחס גלויבער פען
Category
Podcast website
Latest episode
Dec 20, 2023
Where to listen?
Podcasts in the app Replaio Radio Coming soonPodcasts are coming to the app soon. Install now and be the first to see a whole new take on podcasts
Episodes
Sudan Coup 11.11.2021 12:36
מען שלאגט זיך אין לאנד סודאן, וואו דאס מיליטער האט ארויסגעווארפן אירע ציווילע שותפים אין דער ארטיגער צייטווייליגער רעגירונג. ווער שלאגט זיך מיט וועמען און פארוואס?
Immune System 09.11.2021 33:50
אונזער קערפער פארמאגט אין זיך די מאכטפולסטע, פארגעשריטנסטע, קלוגסטע ארמיי וואס דער דמיון לאזט נאר, מיט סטראטעגיעס און קאמפס-מיטלען וואס שטעלן די שטארקסטע מיליטערס אין שאטן
Cossack Riots 05.11.2021 37:32
גזירת ת"ח ות"ט איז איינער פון די בלוטיגסטע קאפיטלען אין אונזער גלות-היסטאריע, און האט זיך אייגנטליך אנגעהויבן אלס אויפשטאנד פון אונטערדריקטע ׳קאזאקן׳ קעגן די פוילישע פריצים
China's Hypersonic Missile 02.11.2021 13:24
כינע האט דורכגעפירט א פראבע מיט א ׳הייפערסאניק׳ מיסיל. וואס איז דער כח פון דעם מיסיל און פארוואס איז אמעריקע אזוי באזארגט דערוועגן?
Iran's Revolutionary Guard 27.10.2021 30:06
די איראנישע ׳רעוואלוציאנערע גווארדיע׳ איז אן ארמיי וואס פונקציאנירט פאראלעל צו דעם טראדיציאנעלן מיליטער פונעם לאנד, אבער מיט גאר אנדערע צילן
Orchos Tzadikim 21.10.2021 35:11
אורחות צדיקים׳ איז שוין הונדערטער יארן איינער פון די יסודות׳דיגע מוסר-ספרים, אבער עד היום ווייסן מיר נישט ווען דער ספר איז נתחבר געווארן, און בעיקר דורך וועמען
The Kremlin 12.10.2021 31:40
דער 'קרעמלין', וואס האט יארן-לאנג געווארפן א פחד אויף דער וועלט, איז אייגנטליך א פעסטונג וואס באשטייט פון פאלאצן און אנדערע מאיעסטעטישע בנינים, וועמענס היסטאריע ציט זיך שוין קרוב צו טויזנט יאר.
China-Taiwan Tension 06.10.2021 18:35
די באציאונגען צווישן כינע און טייוואן שטייען אויף זייער נידעריגן שטאפל, און כינע טוט פעולות צו דעמאנסטרירן איר מאכט. איבער וואס קריגן זיך די צוויי און וואו שטעקט דער שורש פון דעם קאנפליקט?
Seeing Sounds 30.09.2021 33:59
סייענטיסטן האבן צוזאמענגעשטעלט בילדער פון קולות, און האבן גרויסע פלענער וועגן אנהייבן קאמוניקירן מיו באשעפענישן. -- אן אינטערעסאנטן חידוש אינעם דור האחרון.
UFO Pentagon Report 23.09.2021 59:48
אויפן פארלאנג פונעם סענאט האט דער פענטאגאן ארויסגעגעבן א באריכט וועגן יו-עף-אוס, אבער דער תוכן האט ארויפגעברענגט מער תמיהות ווי תשובות און באשטעטיגט, ווי עס שיינט, דעם אלטן חשש אז די רעגירונג ווייסט סאך מער ווי זי דערציילט וועגן דער מיסטעריע.
SpaceX Inspiration 13.09.2021 12:35
דער חלום פון אילאן מאסק הייבט זיך אן פארוויקליכן, און צום ערשטן מאל אין דער היסטאריע וועט א ספעיס-טרעקל אפפליען צו די הויכע מיט בלויז ציווילע פאסאזשירן, וואס וועלן במשך דריי טעג שוועבן הונדערטער מייל העכער דעם ערדקוגל
Havana Syndrome 09.09.2021 18:46
ווען מען האט דערפון צום ערשטן מאל געהערט אין 2016, איז דער 'האוואנא סינדראם' באטראכט געווארן ווי אן איינמאליגע אומפארשטענדליכע געשעעניש. מיט פינף יאר שפעטער זענען שוין פאראן הונדערטער פאלן פון דעם מיסטעריעזן קאפ-פראבלעם איבער אלע טיילן פון דער וועלט, אבער די אמעריקאנער רעגירונג האט נישט קיין השגה ווער אדער וואס שטייט אונטער דער מיסטעריע
British Empire - Part 2 31.08.2021 26:25
דער ערשטער ערנסטער קלאפ פאר דער בריטישער אימפעריע איז געקומען ווען די 13 קאלאניעס האבן זיך אפגעריסן און דערקלערט זעלבשטענדיגקייט, אבער די מלוכה האט אין דער זעלבער צייט זיך ווייטער צעברייטערט אין אויסטראליע און אפריקע, ביז די אימפעריע האט אנגעהויבן צוזאמפאלן נאך דער צווייטער וועלט מלחמה. — צווייטער טייל
Taliban Economy 26.08.2021 16:03
די וועלט האט אפגעהאקט די הילפס-געלטער קיין אפגאניסטאן. אויף וויפיל איז דער טאליבאן טאקע אזוי אנגעוויזן אויף דער מערב-וועלט הילף?
British Empire - Part 1 25.08.2021 31:39
די בריטישע אימפעריע איז לויט דער מיינונג פון היסטאריקער געווען די גרעסטע אין דער היסטאריע. מיר באזוכן די התחלה פון בריטאניע אלס לאנד, באגלייטן איר ביז'ן ווערן א מלוכה, ווען זי האט זיך אנגעהויבן אויפבויען אלס אימפעריע. — ערשטער טייל
Pashtuns 20.08.2021 27:02
דער זיג פונעם טאליבאן ברענגט אונז צוריק צו דער עטנישער גרופע, די 'פּאַשטונס', פון וועלכער זיי שטאמען — אינאיינעם מיט דער השערה אז יענע זענען אונזערע פארלוירענע ברידער און די אייניקלעך פון די פארטריבענע עשרת השבטים
Islamic Emirate of Afghanistan 16.08.2021 15:48
צוואנציג יאר, טויזנטער פאטאליטעטן, און א טריליאן דאלאר — און מען שטייט גענוי דארט וואו מען האט אנגעהויבן דעמאלט: דער טאליבאן הערשט אין אפגאניסטאן, דאסמאל באוואפנט מיט אמעריקאנער געווער. פארוואס איז עס אזוי שווער איינצונעמען דעם דאזיגן דריטן-וועלט לאנד?
Infrastructure Bill 12.08.2021 11:51
פארשטייער פון ביידע פאליטישע צדדים האבן זיך פאראייניגט אויף א טריליאן-דאלאר ביל, געווידמעט צו פארבעסערן די אמעריקאנער אינפאסטרוקטור — וואס נעמט אריין היפש מער ווי לופטפעלדער, באנען, בריקן, און ראודס
Israels Water Story 10.08.2021 37:08
מדינת ישראל האט אנגעבאטן צו העלפן שטילן דעם דורשט פונעם וואסער-הונגערן שכן ירדן. פון וואו האט דאס לאנד, וואס זיצט אין זעלבער מדבר'דיגער קלימאט, באקומען אזא שפע?
Covid Business Travel 04.08.2021 16:41
די ערשיינונג פון ביזנעס-נסיעות איז געווען איינער פון די גרויסע קרבנות פון דער קאראנא-תקופה, אבער ווי עס זעט אויס וועט עס אזוי בלייבן און מעגליך ברענגען פערמאנענטע תוצאות פאר דער עירליין-אינדוסטריע. — א נקודה וועגן אן עפאכע וואס וויל פאר יעדן פרייז איבערלאזן אירע פינגער-אפדרוקן אויפ'ן המשך פון דער מענטשהייט
Is Math Real? 03.08.2021 28:19
ווי גרויס זענען ציפערן? וואו וואוינען נומערן? וויאזוי גיט מען זיך אן עצה מיט אן 'עפעס' וואס עקזיסטירט מחוץ לספק, אבער וואס לאזט זיך בשום אופן נישט מגדיר זיין?
Ben & Jerry's 29.07.2021 17:06
אן אייזקרעם פירמע האט גענומען א שטעלונג אין א פאליטישן געפעכט, און זיך געטראפן אין צענטער פון א היציגן שטורעם, וואס נעמט אריין מדינת ישראל, אמעריקע, און צענדליגער אינדיווידועלע שטאטן
Fall of Communism - Part 2 27.07.2021 31:11
די וועלט האט צוגעקוקט מיט פארריסענע בליקן ווען דער קאמוניסטישער פארטיין איז מיט א דרייסיג יאר צוריק כמעט איבערנאכט צוזאמגעפאלן. וואס זענען אבער געווען די אנטוויקלונגען וואס האבן געפירט צו יענעם גורל'דיגן מאמענט? — אינעם צווייטן טייל, די ערשטע שפאלטנס אינעם קאמוניסטישן סיסטעם, ביז'ן פולשטענדיגן צוזאמבראך פונעם סאוויעטן פארבאנד
Kashrut Monopoly in Israel 22.07.2021 12:23
די מדינת ישראל רעגירונג איז אויפגעקומען מיט א פלאן פון אוועקנעמען דעם כשרות-מאנאפאל פון דער רבנות הראשית, וואס האט ארויפגעברענגט צופרידנקייט ביי געוויסע און קריטיק פון אנדערע.
Fall of Communism - Part 1 19.07.2021 28:50
די וועלט האט צוגעקוקט מיט פארריסענע בליקן ווען דער קאמוניסטישער פארטיין איז מיט א דרייסיג יאר צוריק כמעט איבערנאכט צוזאמגעפאלן. וואס זענען אבער געווען די אנטוויקלונגען וואס האבן געפירט צו יענעם גורל'דיגן מאמענט? — אינעם ערשטן, פון דער באלשעוויסטישער רעוואלוציע ביז'ן קאלטן קריג
Similar podcasts
Replaio is not a podcast publisher; show names, artwork and audio belong to their authors and are distributed through public RSS feeds.