פנחס גלויבער פען

Pinches Glauber - Yiddish

News YI ↓ 319 episodes

פנחס גלויבער - על רגל אחת

Author

פנחס גלויבער פען

Category

News

Podcast website

podcasters.spotify.com

Latest episode

Dec 20, 2023

Where to listen?

Podcasts in the app Replaio Radio Coming soon

Podcasts are coming to the app soon. Install now and be the first to see a whole new take on podcasts

Get it on Google Play Install for free Android 5M+ downloads · 4.8 rating iOS soon

Episodes

Palestinian Infighting 14.07.2021

דער אנגעבליכער מארד פון א פאלעסטינער אקטיוויסט דורך די ארטיגע זיכערהייט-קרעפטן, האט ארויסגערופן א כוואליע פראטעסטן קעגן מאכמוד אבאס און זיין עקשנות נישט צוצולאזן קיין וואלן.

Iron Dome 13.07.2021

דער ׳אייראן דאום׳ ווערט באצייכנט ווי דער סאפיסטיקירסטער מיסיל-שיץ סיסטעם אין דער היסטאריע. וויאזוי ארבעט עס און וואס איז אזוי די גדולה דערמיט?

Covid Variants 08.07.2021

דער קאראנא-וויירוס האט זיך אנטוויקלט און מיר האבן זיך געטראפן מיט א צאל פרישע גירסאות פונעם זעלבן משחית. וואס מיינט דאס אבער א פרישע מיוטאציע?

The Kitos War 05.07.2021

די געשיכטע אונטער דעם חורבן פון דער ריזיגער, פראכטפולער בית הכנסת אין 'אלעקסאנדריע של מצרים', וואס איז געקומען נאך אן אויפשטאנד וואס אידן האבן דורכגעפירט קעגן רוים מיט פערציג יאר נאכ'ן חורבן

US Afghanistan War 01.07.2021

אלס חלק פון אן אפמאך מיט'ן 'טאליבאן', וועט אמעריקע זיך ארויסציען פון אפגאניסטאן און ענדיגן דעם אכצן-יעריגן קאנפליקט. ווער איז דער טאליבאן? וואס זוכט אמעריקע אין יענעם ווייטן לאנד?

Concept of Rabbi 28.06.2021

ווען און פארוואס איז געבוירן געווארן דער באגריף פון ׳רבי׳, און וואס איז דאס שייכות דערפון צום בית המקדש?

UFO Report 25.06.2021

קאנגרעס האט אויפגעפאדערט דעם פענטאגאן ארויסצוקומען מיט א באריכט וועגן יו-עף-אוס. וואס איז יעצט געשען און וואספארא חידושים קענען מיר ערווארטן?

Satellites 23.06.2021

טויזנטער סאטעליטן פליען ארום אין די רוימען, און לויט די שאצונגען וועט די סאטעליט-באפעלקערונג בקרוב באטרעפן אזויפיל ווי הונדערט-טויזנט אזעלכע מאשינען. וואס טוען זיי דארט אויבן, און וואס קענען מיר ערווארטן פון א וועלט מיט אזויפיל פליענדע גולם-חכמים?

Putin-Biden Summit 20.06.2021

פרעזידענטס ביידען און פוטין און אמעריקע און רוסלאנד האבן אפגעהאלטן א באגעגעניש, מיט'ן ציל פון קומען צו עפעס א פארשטענדעניש אין די אנגעצויגענע באציאונגען צווישן די צוויי. וואס ליגט באמת אונטער די כסדר'דיגע געפעכטן?

International Space Station 16.06.2021

די אינטערנאציאנאלע ספעיס סטאנציע איז דער קאסטבארסטער בוי-פראיעקט אין דער היסטאריע, וואס איז געבויט געווארן מיט'ן ציל אהערצושטעלן א קביעות'דיגן פלאץ וואו מענטשן זאלן קענען וואוינען אין די הויכע רוימען

Covid Lab Theory 10.06.2021

פון וואו איז דער קאראנא-וויירוס למעשה געקומען: א פלעדער-מויז אדער א לאבאראטאריע? וואס זענען די סיבות צו טראכטן אזוי אדער אזוי?

Due to Covid 06.06.2021

'דו טו' קאָואוועד' איז געווארן א תירוץ וואס ערקלערט יעדע אומארדענונג פון יעדן סארט. 'דו טו' קאָואוועד' איז דא מאנגל אין געוויסע פראדוקטן, און מיר קוקן אריין אין די פינקטליכע פרטים וואס האבן אונז געברענגט צו דעם מצב

Boston Tea Party 30.05.2021

דער 'באסטאן טיי פארטי' איז געווען ווייניגער פארברענג און מער מרידה-אקט קעגן ענגלאנד, און האט טאקע געפירט די קאלאניסטן זיך אפצורייסן פון ענגלאנד און דערקלערן זעלבסשטענדיגקייט.

History of Gaza 19.05.2021

עזה איז היינט א צענטער פון טעראר, אבער דער ראיאן האט אונטער זיך א רייכע געשיכטע, וואס הייבט זיך אן מיט דער תקופת החשמונאים אינמיטן דער עפאכע פונעם צווייטן בית המקדש. — א היסטארישע איבערזיכט אויף עזה פון כנען, אייניקל פון נח, ביז היינט, ווען דאס פלאץ געפינט זיך אונטער'ן בעלות פון 'כאמאס'

Dealing with Narcissism 10.05.2021

נקודות למחשבה און אפשר פארשלאגן למעשה פאר מענטשן וועמען דער גורל האט צונויפגעפירט מיט אנדערע מענטשן וואס האבן רויע, 'נארסיסטישע' תכונות

Zeno's Paradox 02.05.2021

דער פאראדאקס פון אנקומען פון דא ביז אהין. — א קשיא אויף תנועה, א הסבר אויף הוצאה, און א מסקנא וועגן דער הגבלה פון לאגיק.

Narcissism 25.04.2021

וואס איז דאס משמעות פון נארסיסיזם, און וואספארא תכונות פאדערן זיך אריינצופאסן אין דער קאטעגאריע? ווער מוטשעט זיך מיט די שוועריגקייטן און פארוואס, און וואס ליגט ביים יסוד פון די דאזיגע אייגנשאפטן?

Neurolink 16.04.2021

א קאמפיוטער־טשיפּ איז פארפלאנצט געווארן איינעם מח פון א מאלפע, וועלכע האט דערנאך געטאן פעולות אן רירן די האנט. וואס מיינט דאס פאר מענטשן: וועלן מיר אמאל קענען פירן א לעבן מיט בלויז טראכטן?

Blankets 08.04.2021

249 - וואס איז דער ענין מיט'ן זיך איינהילן אין א דאכענע ביים גיין שלאפן? וואס איז די פעולה און אויפטו? — עטליכע ווערטער וועגן 'ווארעמע' דאכענעס

Battle of Yericho 30.03.2021

יריחו איז געווען די ערשטע שטאט וואס כלל ישראל האט איינגענומען נאכ'ן אריינקומען קיין ארץ ישראל, און איז געקומען באגלייט מיט אויסטערלישע ניסים למעלה מדרך הטבע.

Ararat & Birobidzhan 19.03.2021

אסאך לעזונגען זענען במשך דער היסטאריע אויפגעברענגט געווארן צו לעזן די אידן-פראגע. איין אזא מער-שעפערישן איינפאל איז געווען צו גרינדן א אידישע אויטאנאמיע, וואס זאל באשטיין און געפירט ווערן דורך א אידישער הערשאפט. — צוויי טשעקאווע קאפיטלען געשיכטע

Sense of Smell 14.03.2021

עס קומט אונז נישט אויס צו ווידמען קיין סאך מחשבה צום חוש הריח, און ווען נישט דעם קאראנא-וויירוס וואלטן מסתמא נישט געוואוסט אז מען קען אים פארלירן. איז לאמיר יא א שמעק טאן אין דער נאז און שפירן וואס דארט טוט זיך

Artificial Intelligence 04.03.2021

קאמפיוטערס ווערן כסדר קלוגער, אבער מ'רעדט היינט פון מאשינען אויסגעשטאט מיט חכמה און בינה, וואס זיי וועלן ניצן אליין אויסצופירן פעולות לויט זייער אייגענעם 'פארשטאנד', אפילו אין קעגנזאץ צום רצון פון זייערע מענטשליכע אויבערהארן.

Clapping 01.03.2021

דער זינגער האט געזאגט און דער עולם צעקלאטשט זיך. וואס איז דער ענין מיט דעם אקט? ווערט און פארוואס איז דערמיט אויפגעקומען, און וואס פארדינען מיר פון די אפלאדיסמענטן?

Radical Islam in France 21.02.2021

פראנקרייך מוטשעט זיך מיט אן עקזיסטענציאנעלער געפאר וואס רופט זיך 'איסלאמישער טעראר'. וויאזוי האט דער מצב זיך אנטוויקלט און וואס קען דאס לאנד טאן דערוועגן?

Listen to the Pinches Glauber - Yiddish podcast in Replaio

Radio and podcasts in one app - free, with no sign-up. Install today and do not miss the launch

Get it on Google Play

Replaio is not a podcast publisher; show names, artwork and audio belong to their authors and are distributed through public RSS feeds.