פנחס גלויבער פען
Pinches Glauber - Yiddish
פנחס גלויבער - על רגל אחת
Author
פנחס גלויבער פען
Category
Podcast website
Latest episode
Dec 20, 2023
Where to listen?
Podcasts in the app Replaio Radio Coming soonPodcasts are coming to the app soon. Install now and be the first to see a whole new take on podcasts
Episodes
DNA 17.02.2021 27:04
פארוואס זע איך אויס אזוי אנדערש ווי דו? פארוואס זענען דא חילוקים צווישן די קערפערליכע אייגנשאפטן פון איין מענטש ביז'ן אנדערן? א טור אינעם צענטער פון אונזערע צעלן, וואו מיר טרעפן אן אינפארמאציע-בוך מיט אלע פרטים
National Debt 17.02.2021 30:04
אמעריקע טראגט זיך ארום מיט א גרויסן חוב, וואס האלט אין איין וואקסן. ווער בארגט געלט דער רעגירונג און וויאזוי גייט אזא הלוואה צו? וויאזוי ווערט דער חוב באצאלט? וואס זענען די ברירות פונעם לאנד צו טאן דערוועגן?
On Being Wrong 17.02.2021 28:00
אנערקענען און ארויסזאגן אז מ'האט שלעכט געטראכט און שטארקע איבערצייגונגען זענען לעולם געווען פאלש, איז עפעס וואס קומט זייער שווער צו טאן. פארוואס איז עס אזוי? וואס פרובירן מיר אזוי ענערגיש צו באשיצן דורכ'ן זיך אזוי האלטן מיט אונזערע מיינונגען?
Printing Money 01.01.2021 30:12
די פאראייניגטע שטאטן מוטשעט זיך מיט א גרויסן חוב און א פינאנציעלן פלאנטער וואס דער קאראונא האט אנגעברענגט. פארוואס זאל נישט די פעדעראלע רעגירונג פשוט דרוקן א בארג באנקנאטן און פטור אן עסק?
Anxiety 01.01.2021 28:37
אנגסט, ענקזייעטי, איז זייער שכיח אין דער מאדערנער תקופה און איז נאך שטארקער אריינגעקומען צווישן מענטשן דורכאויס דעם יעצטיגן צעשאקלטן מצב העולם. עטליכע נקודות וועגן דער טעמע אין א שמועס מיטן לייף קאוטש יוסף זאב בראווער.
Pacific Ocean 20.12.2020 28:51
א שווים דורך און אריין אין די טיפענישן פון דעם גרעסטן אקעאן אויפ'ן כדור הארץ, דעם פּאַציפיק.
End of Globalization 11.12.2020 37:49
ענדע פון גלאביליזאציע
Qualia 02.12.2020 28:55
זען, שמעקן, שפירן און הערן זענען די תוצאה פון א גשמיות'דיגן פראצעדור, וואס שפילט זיך אפ מיט גשמיות'דיגן זאכן. וויאזוי זיי פירן צו דער אינערליכער איבערלעבעניש וואס מיר שפירן בשעת מעשה, איז א א מיסטעריע וואס לאזט זיך נישט לעזן.
Gules Buvel (Part Four) 02.12.2020 27:54
געשיכטע פון גלות בבל, פערטער טייל. — די גרויסע, וויכטיגע אידישע צענטערס פון נהרדעא, מחוזא, סורא, און פומפבדותא, מיט'ן לעבעדיגן אידישן לעבן וואס האט זיך געצויגן ביז אונזערע צייטן.
Gules Buvel (Part Two) 22.11.2020 25:46
געשיכטע פון גלות בבל, צווייטער טייל. -- נבוכדנצר שטעלט צדקיהו אלס קעניג; יענער שליסט א שטילן אפמאך מיט מצרים און איז מורד אין בבל, וואס קומט ארויף, מאגט חרוב ירושלים און דעם בית המקדש, און טראגט אראפ רוב אידן קיין בבל, ביז׳ן טרויעריגן סוף פונעם אידישן ישוב מיט׳ן מארד פון גדלי׳ בן אחיקם.
Gules Buvel (Part One) 22.11.2020 26:51
געשיכטע פון גלות בבל, ערשטער טייל. די לעצטע מלכים אין ארץ ישראל אינעם שאטן פון די געפעכטן צווישן די צוויי גרויסמאכטן, מצרים און בבל.
Cold War (2) 30.10.2020 32:05
היסטארישע איבערזיכט אויפ׳ן קאלטן קריג צווישן אמעריקע און דעם סאוועטן פארבאנד. אינעם צווייטן טייל, די קובאנער מיסיל-קריזיס, וויעטנאם, סאבאטאזש-פלענער, און דער פונדערפאל פונעם סאוועטן פארבאנד.
Cold war (1) 25.10.2020 31:11
היסטארישע איבערזיכט אויפ׳ן קאלטן קריג צווישן אמעריקע און דעם סאוועטן פארבאנד -- ווען האט זיך עס אנגעהויבן, פארוואס, און די ערשטע אנטוויקלונגען.
Sarcasm 14.10.2020 33:51
אן ערנסטער, נישט-שטעכיגער שמועס וועגן סארקאזם — וואס דאס איז, פארוואס מענטשן באניצן זיך דערמיט, און עטליכע עצות אין פאל מען טרעפט זיך א קרבן פון א סארקאסטישן שטאך.
Belarus Protests 14.10.2020 28:24
הונדערטער טויזנטער מענטשן האבן זיך ארויסגעלאזט פראטעסטירן איבער די גאסן פון מינסק, הויפטשטאט פון בעלארוס. וואס ווילן יענע מענטשן, און וואס איז דאס שייכות אהער פון פוטין און אוקראינא?
Gezain in Gehert 12.10.2020 15:53
וואס טוט זיך מיט דער ׳מוראה של מלכות׳ אויב די מלכים אליין עסן זיך איינער דעם אנדערן לעבעדיג אויף? עטליכע אבזערוואציעס פון א ׳דעבאטע׳ פארלאפענע וואך, וואס האט געברענגט א גערוך פון גיפט און פולווער.
Men in black 12.10.2020 1:01:40
דורכאויס די לעצטע צענדליגער יארן האבן עדות צו יו־עף־אוס באקומען פלוצלונגדיגע באזוכן פון מיסטעריעזע מענטשן. ווער זענען זיי און וואס ווילן זיי?
Special Forces Wars 12.10.2020 34:20
מלחמות מיט מיליטער אויפ'ן שלאכטפעלד זעען אויס ווי א זאך פון דער פארגאנגענהייט. איבערגענומען האט זיי א ניי מציאות, פון ספעציעלע קרעפטן וואס ארבעטן שטיל און אומבאמערקט אין פרעמדע לענדער. — א שמעק פון די שטילע טעטיגקייטן דורך אמעריקע, רוסלאנד, און כינע.
Oneness of Everything 30.09.2020 36:11
די וועלט איז צוויי זאכן: איין-איינציגע זאך, און איין גרויסער דמיון. אזוי איז דאס מציאות, און ווען מען באקענט זיך מיט דער בריאה אויף דעם שטאפל, שטייט מען שוין נישט ווייט פון כאפן דעם 'מעסעדזש'.
Supreme Court Nomination 30.09.2020 15:25
וואס איז דער סופּרים קארט? וואס איז דאס מאכט פונעם העכסטן געריכט? ווער נעמט אויף און וויאזוי גייט צו דאס אויפנעמען א פרישן ריכטער?
Unique Calendar 30.09.2020 24:19
אן אינטערעסאנט יאר ווארט אונז אפ... אפשר אין מערערע תחומים, אבער זיכער אינעם לוח, וואס שטעלט זיך אין תשפ"א אויס אויף א זעלטענעם אופן.
Battle over LA 22.09.2020 1:01:14
אינמיטן דער צווייטער וועלט־מלחמה, איז לאס אנדזשעלעס געקומען אונטער אטאקע פון אן אומזעעבארן שונא, און ביז היינט איז נאכנישט הונדערט פראצענט קלאר וואס דארט האט זיך טאקע אפגעשפילט.
Effective Communication 17.09.2020 36:25
דער שליסל צו טיפע, פולע קשרים מיט אנדערע מענטשן געפינט זיך אינעם רשות פונעם כח הדיבור. אפטמאל טרעפן מיר זיך מיט צוויי מענטשן רעדן, אנשטאט דעם וואס זיי זאלן באמת זיך מקשר זיין אין איין שמועס. -- עטליכע נקודות וואס קענען צוניץ-קומען פאר א רייכערן, מער באדייטנדן קשר מיט אנדערע.
Relationships and Life. 11.09.2020 30:56
וואס איז דאס שליסל צו א גליקליך, געזונט, צופרידן, און לאנג לעבן? א שטודיע וואס האט באגלייט 724 מענטשן פון די יונגע יארן ביז'ן סוף גיט דעם ענטפער.
Dark Matter, Dark Energy. 03.09.2020 34:09
די וויסנשאפטליכע וועלט האט אמאל געמיינט אז זי האט שוין אויסגעפארשט א היפשן רוב פון דער וועלט, ביז זי האט זיך אנגעשטויסן אין א נייער זאך, וואס קלאר געמאכט פאר סייענס אז אלעס וואס ער ווייסט איז נישט מער ווי קארגע פינף פראצענט פון וואס די חוקרים האבן געמיינט די גשמיות'דיגע וועלט באשטייט.
Similar podcasts
Replaio is not a podcast publisher; show names, artwork and audio belong to their authors and are distributed through public RSS feeds.