פנחס גלויבער פען
Pinches Glauber - Yiddish
פנחס גלויבער - על רגל אחת
Author
פנחס גלויבער פען
Category
Podcast website
Latest episode
Dec 20, 2023
Where to listen?
Podcasts in the app Replaio Radio Coming soonPodcasts are coming to the app soon. Install now and be the first to see a whole new take on podcasts
Episodes
Asteroids 28.08.2020 35:07
מיליאנען שטיינער, טייל פון זיי אזוי גרויס ווי שטעט, פליען ארום אין די ווייטע וויסטענישן פונעם חלל, און שטעלן מיט זיך פאָר ביידע, סכנות און אוצרות.
Number of Countries 20.08.2020 36:49
וויפיל לענדער זענען פאראן? ווענדט זיך וועמען מ׳פרעגט -- און וויאזוי די פראגע ווערט געשטעלט. למעשה איז פאראן א צאל אזעלכע מעגליך־לענדער וועמענס סטאטוס איז תלוי ועומד אן קיין קלארן ענטפער.
Inflation, Deflation and Recession 13.08.2020 31:44
אינפלאציע, דעפלאציע, רעסעסיע — די געווענליכע סיבות וואס פירן א לאנד אריין אין אן עקאנאמישן זומפ.
Tu B'av 06.08.2020 36:35
לֹא הָיוּ יָמִים טוֹבִים לְיִשְׂרָאֵל כַּחֲמִשָּׁה עָשָׂר בְּאָב וּכְיוֹם הַכִּפּוּרִים. א היסטארישע איבערזיכט אויף איינער פון די אנגעגעבענע סיבות וועגן דער גרויסקייט פון דעם טאג.
USA vs China 29.07.2020 32:15
אמעריקע און כינע זענען ערנסט צע'ברוגז'ט און טרעפן כסדר אויף וואס זיך צו קריגן. מיר זעצן אוועק די צוויי אידן ביים טיש און פרובירן ארויסקריכן מיט'ן אמת איבער וואס די צוויי אמפערן זיך טאקע.
NSA Part 2 23.07.2020 33:18
די ען־עס־עי איז דאס מאכטפולסטע שפיאנאזש־אגענטור אין דער היסטאריע, וואס איז אויך פארשלייערט אין מיסטעריע און פארוויקלט אין סקאנדאלן. אינעם צווייטן טייל: די NSA פון 9/11 און ווייטער, די ׳פּריזמע׳־פראגראם, דאס שפיאנירן אויף מיליאנען מענטשן, אריינגערעכנט צענדליגער פירערס פון אנדערע לענדער.
Art of Listening 19.07.2020 29:29
מיר זענען אויסגעשטעלט צו א גרויסער מאס טומל און קולות, אז די אויערן האבן זיך שוין צוגעוואוינט און מיר הערן אלץ ווייניגער וואס מ׳רעדט צו אונז. -- עצות אנצושטעלן דעם חוש השמועה, אז ער זאל זיין מער סענסיטיוו
Rules of Power 19.07.2020 35:33
מאכט איז דער גרעסטער כח צו מאכן סיי וואספארא פעולות אויף דער וועלט. לאמיר זיך באקענען מיט די עיקר צורות פון מאכט, און די כללים לויט וועלכע זיי פירן זיך.
Crisis in the Gulf 19.07.2020 35:23
די זעקס רייכע לענדער פונעם גאלף פלאגן זיך מיט א קריזיס, וואס האט זיך אנגעהויבן אנטוויקלען מיט עטליכע יאר צוריק, אבער קאראונא שטופט די לענדער צום שוועל פון מעגליכן צוזאמברוך.
World War One (Part 2) 17.07.2020 35:38
די געשיכטע פון דער ערשטער וועלט־מלחמה. אינעם צווייטן טייל, די מלחמה, די פארמישטע לענדער, דער סוף, דער שלום, און די קאנסעקווענצן
World War One (Part 1) 17.07.2020 33:44
די געשיכטע פון דער ערשטער וועלט־מלחמה. אינעם צווייטן טייל, די מלחמה, די פארמישטע לענדער, דער סוף, דער שלום, און די קאנסעקווענצן
Government Emergency Plan 17.07.2020 35:24
וואס געשעט מיט דער פירערשאפט פון לאנד אין פאל די פאראייניגטע שטאטן טרעפט זיך חרוב פון א נוקלעארער אטאקע? די רעגירונג האט א פולשטענדיגן פלאן מיט א געהעריגן פראטאקאל פאר אזא היכי תמצא
Great Depression 17.07.2020 33:53
די ׳גרעיט דעפרעשאן׳, די ערגסטע עקאנאמישע קריזיס אין דער געשיכטע פון די פאראייניגטע שטאטן
Digging deep 17.07.2020 32:16
ווי טיף קען מען גראבן? ווי ווייט איז דער מענטש שוין אנגעקומען מיט גראב-מאשינען? א בליק אויף אראפ
Abu Musaf Al-Zarqawi 17.07.2020 1:06:02
וויאזוי די אמעריקאנער און בריטישע שפיאנאזש קרעפטן האבן נאך לאנגע און שווערע באמיאונגען עלימינירט דעם בלוטיגסטן טעראריסט פון איראק, אל-זאַרקאַווי
Riot Control 17.07.2020 31:14
קאנטראלן די מאסן דורכאויס ראיאטן איז א פראפעסיאנאלע מקצוע, וואס ארבעט אבער נישט אייביג. לאמיר זיך באקענען מיט די צוויי צדדים, פראטעסטירערס און פאליציאנטן, און פארוואס זאכן ארבעטן יא אדער נישט
Slavery 17.07.2020 31:47
די שווארצע באפעלקערונג אין די פאראייניגטע שטאטן איז במשך הונדערטער יארן געווען פארשקלאפט אן די פונדאמענטאלע מענטשליכע רעכטן, וואס האט זיך געענדיגט מיט א בלוטיגן בירגער-קריג, נאך וועלכן קנעכטשאפט איז אפגעשאפן געווארן.
Malaysian Airlines #370 17.07.2020 1:11:33
די געשיכטע פון אן עראפלאן וואס איז פארשוואונדן ווי ארויסגעפאלן פון הימל אן איבערלאזן קיין שפור, און איבערגעלאזט הינטער זיך א וואלקן פון קשיות און קאנספיראציע־השערות, וואס פארפלאנטערן נאך מער דעם ענין.
NSA Part 1 17.07.2020 33:01
אן עפיזאד איבער די NSA שפיאנאזש אגענטור
Similar podcasts
Replaio is not a podcast publisher; show names, artwork and audio belong to their authors and are distributed through public RSS feeds.