פנחס גלויבער פען
Pinches Glauber - Yiddish
פנחס גלויבער - על רגל אחת
Author
פנחס גלויבער פען
Category
Podcast website
Latest episode
Dec 20, 2023
Where to listen?
Podcasts in the app Replaio Radio Coming soonPodcasts are coming to the app soon. Install now and be the first to see a whole new take on podcasts
Episodes
Made of Math 26.06.2023 33:18
חשבונות וועגן באשעפענישן ענדיגן זיך מיט מאטעמאטישע חשבונות, וואס לאזן זיך אבער נישט פארשטיין. -- ווען ציפערן און צירופים רעדן אומפארשטענדליכע דיבורים
Nakba Day 28.05.2023 19:25
צום ערשטן מאל האט די יו-ען אפגעצייכנט דעם ׳נאַקבאַ-טאג׳, וואס האט געברענגט פארשידנארטיגע רעאקציעס. ווער און וואס שטייט אונטער דער אזויגערופענער ׳קאטאסטראפע׳?
White Holes 28.05.2023 33:09
דאס גרויסע זוכעניש נאכ'ן טויער אריין און ארויס פון תוהו ובוהו: א געשיכטע מיט שווארצע און ווייסע לעכער, וואס שלינגען און שפייען שטיקער מציאות
Pakistan Protests 23.05.2023 15:15
ברייט-פארשפרייטע פראטעסטן און ארעסטן אין פאקיסטאן און די באשולדיגונגען פון און קעגן א געוועזענעם פרעמיער-מיניסטער וואס איז געבליבן פאפולער אבער זיך פארטשעפעט מיט די נישט-ריכטיגע מענטשן
Heavenly Bread 19.05.2023 30:56
ברויט פון הימל: די געשיכטע פון א נארהאפטיגן ברוי, צוגעגרייט אין א נבואה, וואס איז אין אונזערע צייטן אויפגעשטאנען לתחיה
Hunger Strike and Rockets 18.05.2023 16:39
אן ארעסטירטער טעראריסט איז געשטארבן נאכ'ן פאסטן פאר קנאפע 3 חדשים, און דער 'איסלאמישער דזשיהאד' האט געשאסן 100 ראקעטס פון עזה. ווער איז דער פארשטארבענער ארעסטאנט און ווער האט אים געהייסן הונגערן?
Unit 8200 17.05.2023 31:20
די סייבער-אויבערהאנט וואס מדינת ישראל האט דערגרייכט דורך דער מאכט און מעגליכקייט פון איר 8200 קאמפיוטער-העקינג איינהייט, וואס איז געבוירן געווארן אדאנק אן ערנסטן פאטש מיט 50 יאר צוריק.
De-dollarisation 17.05.2023 14:11
א ריי לענדער טראכטן פון אפלאזן דעם דאלאר און אנהייבן האנדלען מיט'ן כינעזישן 'יוען'. וואס טרייבט זיי צו דעם שריט? וואס קענען זיי דערפון פארדינען? און אויף ווי ווייט וועט דער 'דע-דאלאריזאציע קאמפיין מצליח זיין?
Kishinev Pogrom 01.05.2023 36:40
א פאגראם וואס האט יא אויפגעשטורעמט א וועלט: די 49 אידישע קרבנות פון קישינעוו וואס האבן געשטופט אמעריקאנער אידן צום ליבעראלן לאגער
Musk VS Open AI 01.05.2023 19:30
אילאן מאסק וויל אנטוויקלען א קאנקורענט צו דער עי-איי ׳טשעט דזשי-פי-טי׳ וואס ער האט געהאלפן גרינדן. פארוואס איז דער אומגעווענליכער מחדש אומצופרידן מיט דער פראגראם?
Raising Debt Ceiling 30.04.2023 13:19
די פעדעראלע רעגירונג האט זיך אנגעבארגט מיט חובות אבער דארף נאך געלט. וואס געשעט אויב די רעגירונג קען נישט באצאלן אין צייט? בכלל, ווער האט אוועקגעשטעלט דעם סיסטעם אויף דעם אופן?
Saudi-Syria Peace 23.04.2023 14:55
שלום-ווינטן בלאזן פון סאודי אראביע צו דער פיינטליכער סיריע. וואוהין צילט די סוני-איסלאמישע קעניגרייך מיט'ן באזוך ביים פרעזידענט פון דער שיא-איסלאמישער סיריע?
First Ashkenaz Jews 21.04.2023 31:44
דייטשלאנד און פראנקרייך זענען געווען וויכטיגע אידישע צענטערס אין דער תקופה פון די די ראשונים. ווער זענען אבער געווען די ערשטע אידן וואס זענען אנגעקומען קיין אשכנז?
Sudan Fighting 21.04.2023 9:45
סודאן איז א לאנד אין אפריקע מיט א היסטאריע פון אסאך בלוט פארגיסונגען. וואס איז יעצט געשען אז די אומרוען האבן זיך באנייט?
California Drought - Flood 09.04.2023 14:35
אין דער דארשטיגער קאליפארניע מבול'ט און די גאסן זענען פארפלייצט, אבער די שטאט בלייבט זיך מאטערן מיט א היסטארישער טרוקעניש. וויאזוי די צוזאמארבעט פון צוויי קעגנגעזעצטע פראבלעמען ברענגט אזויפיל קאפ-ווייטאג.
IMF 09.04.2023 15:20
די IMF האלט ביים באשטעטיגן א גרויסע הלוואה פאר אוקראינע. ווער איז דער דאזיגער מלווה און וואספארא ראלע שפילט ער אויף דער וועלט?
Israel Judicial Reform 08.04.2023 19:05
די פראטעסטן אין מדינת ישראל האבן זיך איינגעשטילט און די געריכטליכע רעפארמען זענען געבליבן הענגען אין דער לופטן: וואס זענען די עיקר נקודות וואס האבן לכתחילה ארויסגערופן די פראבעס צו רעפארמירן דעם סיסטעם?
Masada 27.03.2023 31:12
עכאס פון דעם לעצטן ווידערשטאנד צו רוים נאכ'ן חורבן בית שני: די געשיכטע פון א בארג-קבוצה וואס האט זיך געענדיגט מיט א מאסן-זעלבסטמארד
Grand Jury 27.03.2023 14:43
א גרענד דזשורי דארף מחליט זיין צי ס'איז דא גענוג סיבה אנצוקלאגן דאנאלד טראמפ. וואס איז די אויפגאבע און ארבעט פון א גרענד דזשורי?
Saudi Iran Deal 20.03.2023 18:15
שונאים מאכן שלום און א וועלט ווערט אומבאקוועם: דער הסכם צווישן סאודי אראביע און איראן, אויסגעפירט מיט דער פארמיטלונג פון כינע.
SVB Collapse 14.03.2023 21:29
ווען דער יסוד וואקלט זיך און מענטשן פארלירן צוטרוי: די געשיכטע פון דער 'סיליקען וועלי' באנק וואס האט באנקראטירט כמעט איבערנאכט
International Atomic Energy Agency 09.03.2023 22:12
דאס יו-ען אטאמישע אגענטור קריטיקירט דראאונגען אפצושטעלן די איראנישע נוקלעארע סכנה מיט מיליטערישער קראפט. - א מעשה מיט א מומחה וואס שווייגט ווען ער דארף און רעדט ווען ער דארף נישט
Ecosystem 09.03.2023 34:53
ביימער וואס זענען אימפארטירט געווארן פון אוסטראליע האבן געפירט צו הונגער אין אינדיע: דאס משמעות פון אן 'עקא-סיסטעם'.
The Lemba Tribe 03.03.2023 28:55
אן אפריקאנישער שבט האט יארן גע'טענה'ט אז זיי שטאמען פון אידן, אבער זענען נישט גענומען געווארן צו ערנסט, ביז גענעטישע שטודיעס האבן באשטעטיגט אז עפעס ליגט אין זייערע מעשיות
UN General Assembly Russia Condemnation 27.02.2023 21:33
די יו-ען האט פאררופן א גענעראל פארזאמלונג, ביי וועלכער דער עולם האט פארדאמט רוסלאנד. וואס מיינט עס למעשה?
Similar podcasts
Replaio is not a podcast publisher; show names, artwork and audio belong to their authors and are distributed through public RSS feeds.