פנחס גלויבער פען
Pinches Glauber - Yiddish
פנחס גלויבער - על רגל אחת
Author
פנחס גלויבער פען
Category
Podcast website
Latest episode
Dec 20, 2023
Where to listen?
Podcasts in the app Replaio Radio Coming soonPodcasts are coming to the app soon. Install now and be the first to see a whole new take on podcasts
Episodes
Babylonian Exile 27.07.2023 36:56
פארוואס האבן די לעצטע אידישע מלכים מורד געווען אין בבל? וואספארא אינטערעס האבן יכניה און צדקיהו געהאט זיך צוצושטעלן צו מצרים? אן איבערבליק אויף די פאליטישע אנטוויקלונגען אינעם מיטל-מזרח אין דער לעצטער תקופה פאר'ן חורבן פון ערשטן בית המקדש
Morocca Western Sahara 27.07.2023 13:50
מדינת ישראל האט זיך געשטעלט אויף דער זייט פון מאראקא אין א מחלוקת מיט א גרופע איינוואוינערס פונעם מערב-סאהארא. פארוואס איז מדינת ישראל מסכים מיט מאראקא און וואס וויל דא די שכינות'דיגע אלדזשיר?
El Nino 27.07.2023 15:31
ס'איז הייס אויף דער גאס און איבער דער וועלט, און דער שולדיגער וואס ברענגט די היצן, וואלד-פייערס און פארפלייצונגען איז אן ערשיינונג מיט אן אומשולדיגן נאמען. ווער איז 'על ניניאָו'?
Exilarch 27.07.2023 30:20
א גלות'דיגער המשך צו מלכות דוד: ווער איז געווען דער ריש גלותא? ווער האט אים אויפגענומען? וואספארא סמכות האט ער באקומען? און ווען האט די תקופה זיך געשלאסן?
France Clothing Repair Incentive 27.07.2023 16:26
פראנצויזן וועלן בקרוב באקומען געלט צו פאררעכטן אלטע גענוצטע קליידער. וועמען שטערט אז דער עולם קויפט נייע בגדים, און וואס טראכטן שניידערס און שוסטערס?
Reasonableness Clause 25.07.2023 14:43
פראטעסטן קעגן געריכט-רעפארם: א מערכה מיט מענטשן וועמען ס׳איז מסתבר אז דאס העכסטע געריכט אין מדינת ישראל זאל בלייבן מיטן רעכט צו פסל׳ן און כשר׳ן על פי סברה
Jew Origins 24.07.2023 35:03
ווער זענען מיר אידן? ווען זענען מיר געווארן אידן? ווער האט אונז געגעבן דעם טיטל און אויף וועלכן סמך? וויאזוי האט מען אונז פריער גערופן?
Cluster Bombs 23.07.2023 11:39
אמעריקאנער ידידים קריטיקירן די החלטה פון פרעזידענט ביידען צו שיקן 'קלאסטער באמבעס' קיין אוקראינע. וואס איז שלעכט מיט די באמבעס און פארוואס איז אמעריקע מסכים זיי יא צו שיקן?
Jenin Refugee Camp 23.07.2023 18:40
די היסטאריע פונעם 'דזשענין פליטים לאגער' וואס איז אויפגעשטעלט געווארן אין דער לויים-שטאט עֵין גַּנִּים, וואוהין אֲחַזְיָה מלך יהודא איז אנטלאפן פון יֵהוּא מלך ישראל. א מעשה מיט א בלוטיגער מחנה
Maharal of Prague 21.07.2023 27:04
עטליכע כאראקטעריסטישע ביאגראפיע-שטריכן פונעם הייליגן מהר"ל, וועמענס לעבן איז באגלייט מיט חידוש און שטורעם און וועלכער האט זיכער געקענט אבער זייער מעגליך נישט באשאפן א גולם.
Affirmative Action 20.07.2023 14:56
דיסקרימינאציע קעגן מינאריטעטן איז פארבאטן. וואס טוט זיך ווען נישט-מינאריטעטן ליידן פון דיסקרימינאציע אלס תוצאה? — די צדדים פאר און קעגן 'עפירמעטיוו עקשאן', מיט א נייעם פסק פונעם העסטן געריכט
US-Iran Mini Deal 20.07.2023 18:37
איראן אנטוויקלט אן אטאם-באמבע און שמועות ווייסן צו דערציילן וועגן א פרישן אפמאך צווישן דער ביידן-אדמיניסטראציע און דעם איראנישן רעזשים, וואס ווערט געהאלטן אין העכסטן געהיים און איז אפילו נישט אפגעשריבן געווארן
Spanish Inquisition 20.07.2023 31:24
די שפאנישע אינקוויזיציע, וואס האט במשך איר 300-יעריגע עקזיסטענץ געקאסט טויזנטער אידישע קרבנות, איז אייגנטליך צום טייל געווען אן אומדירעקטע תוצאה פון שנאת ישראל וואס משומדים האבן פארזייט
Druze Wind Turbines 20.07.2023 17:10
דרוזן פונעם 'גולן' פראטעסטירן א ווינט-ענערגיע פראיעקט. פארוואס ווילן יענע אייניקלעך פון יתרו ברעכן דעם אפמאך?
Glass 20.07.2023 27:39
שטארק אבער שוואך, געדעכט ווי שטיין און אין דער זעלבער צייט דורכזיכטיג ווי לופט. די סיבות צו די קעגנגעזעצטע אייגנשאפטן פון גלאז
Ben Gvir Administrative Detention 19.07.2023 12:55
א פרישער צוזאמשטויס צווישן איתמר בן גביר און אטוירני דזשענערעל פון מדינת ישראל, דאסמאל איבער א געזעץ-פארשלאג צו פארהאלטן געפארפולע מענטשן אן קיין געריכטליכן רשות.
Wagner Group 19.07.2023 11:42
פוטינ'ס סאלדאטן וואס זענען אבער נישט באליבט ביים רוסישן מיליטער: די 'וואגנער גרופע' וואס איז טעטיג אין אוקראינע און אנדערע ערטער, געווענליך אויף דער זייט פון רוסלאנד.
Lab Grown Meat 19.07.2023 17:31
א רעסטוראנט אין סינגאפאר סערווירט פלייש פראדוצירט אין א לאבאראטאריע. וויאזוי מאכט מען עס? אויף וויפיל איז דאס פלייש עכט? ס'איז מותר צו עסן מיט מילכיגס?
Destruction of the Kakhovka Dam 29.06.2023 11:00
א דאמבע, אדער טייך-וואנט, איז צעווארפן געווארן אין א רוסיש-קאנטראלירטן שטח פון אוקראינע, מיט שאדנס פאר ביידע צדדים, וואס לאזן איבער ספיקות אויפ'ן שולדיגן.
Blood Pressure 29.06.2023 27:27
ווער דריקט אין הויכן בלוט-דרוק? פארוואס דריקט יענער? וועמען שטערט אז דאס הארץ שטרענגט זיך יא אביסל איבער?
Suez Canal 27.06.2023 11:14
פארוואס איז די נייעס אזוי פארנומען יעדעס מאל א שיף בלייבט שטעקן אינעם 'סועץ קאנאל'? וואס איז די גדולה מיט דעם שמאלן וואסער-פּאס?
Iran Taliban Conflict 27.06.2023 13:18
איראן און דער טאליבאן אמפערן זיך איבער וואסער-רעכטן פון א בשותפות'דיגן טייך. וואס ליגט אונטער דעם דורשטיגן קאנפליקט צווישן איראן און אייניקלעך פון די עשרת השבטים?
Control of Jerusalem 27.06.2023 35:22
ירושלים איז דורכאויס איר היסטאריע געווארן 55 מאל אטאקירט, 23 מאל באלאגערט, 44 מאל איינגענומען: די היסטאריע פון מלחמות און מערכות אויף דער חשוב'סטער און וויכטיגסטער שטאט פון דער וועלט.
Iranian Ballistic Missile 26.06.2023 13:17
די פאראייניגטע שטאטן האט רעאגירט מיט זארג אויף א נייעם מיסיל וואס איראן האט אהערגעשטעלט. וואס איז די גדולה מיט דעם דאזיגן 'כייבאר' מיסיל, און וואס ליגט באהאלטן אינעם נאמען?
Pro Ukraine Nationalistic Russians 26.06.2023 11:55
ווער שטייט הינטער דער גרעניץ-אטאקע קעגן רוסלאנד? ווען רוסישע נאציאנאליסטן קעמפן לטובת אוקראינא קעגן דער מוטער-לאנד
Similar podcasts
Replaio is not a podcast publisher; show names, artwork and audio belong to their authors and are distributed through public RSS feeds.