Chaim Ekstein
Git Gelt Business Podcast
Join me every Sunday for a powerful episode in Yiddish. Tune in for practical financial wisdom, real-life insights, and strategies to help you build secure future.
Author
Chaim Ekstein
Category
Podcast website
Latest episode
May 24, 2026
Where to listen?
Podcasts in the app Replaio Radio Coming soonPodcasts are coming to the app soon. Install now and be the first to see a whole new take on podcasts
Episodes
גיט געלט 31# פנחס גלויבער מיט חיים עקשטיין 25.01.2023 16:17
באהאנדלען געלט אויפ'ן ריכטיגן אופן איז א גאנגבארער ענין נישט נאר אין דער אינוועסטמענט-וועלט. — משמעות הלכה למעשה וועגן Money Management.
גיט געלט 30# פנחס גלויבער מיט חיים עקשטיין 18.01.2023 22:32
זאכן ווערן טייערער און אין א געוויסער מאס שפירט זיך א יקרות אין דער לופטן. חיים עקשטיין ברענגט איינמאל פאר אלעמאל אראפ דאס ווארט 'אינפלאציע' פון בוים, און איז מסביר אין פשוט'ע ווערטער וואס דאס איז און וואס ס'איז נישט.
גיט געלט 29# פנחס גלויבער מיט חיים עקשטיין 11.01.2023 13:43
טייטש פון TQQQ און SQQQ, די חילוקים צווישן די צוויי, און וואו עס מאכט אויס למעשה
גיט געלט 28# פנחס גלויבער מיט חיים עקשטיין 04.01.2023 15:36
'האב א 401K וואס פארט. וואס איז מיר נוגע צו וויסן די פרטים פונעם אינוועסטמענט?
גיט געלט 27# פנחס גלויבער מיט חיים עקשטיין 28.12.2022 15:26
'קאל אפשאנס' (call options) וואס האבן געברענגט פארקערטע רעזולטאטן ווי ערווארטעט. — פירוש המילות, הסבר, און אנווייזונגען אויף למעשה * טעקסט-שאלות פאר דער פראגראם: 845-418-5037
גיט געלט 26# פנחס גלויבער מיט חיים עקשטיין 21.12.2022 13:08
קויפן גאלד אדער אינוועסטירן אין גאלד: מציאות הדברים, חילוקים, מעלות און חסרונות * טעקסט-שאלות פאר דער פראגראם: 845-418-5037
גיט געלט 25# פנחס גלויבער מיט חיים עקשטיין 14.12.2022 18:41
הלכה למעשה: אויף וואס צו קוקן און וויאזוי אפצולערנען וואס איך זע ביים אנאליזירן דעם סטאק פון א קאמפאני נוסח 'טעקניקעל ענעליסעז' (Technical Analysis). * טעקסט-שאלות פאר דער פראגראם: 845-418-5037
גיט געלט 24# פנחס גלויבער מיט חיים עקשטיין 07.12.2022 17:19
די צוויי עיקר אופנים פון מחליט זיין וועגן דעם סטאק פון א קאמפאני: יסודות'דיג אנאליזירן דעם מהות פון דער קאמפאני, אדער קוקן וויאזוי דער סטאק האט אויסגעזען במשך דער לעצטער תקופה. שליסל-ווערטער וואס ווערן אדרעסירט: - Fundamental Analysis - Technical Analysis * טעקסט-שאלות פאר דער פראגראם: 845-418-5037
גיט געלט 23# פנחס גלויבער מיט חיים עקשטיין 30.11.2022 21:02
וואס איז די מציאה מיט'ן futures מארקעט און פארוואס זאל עמיצער ענדערש אינוועסטירן אין אזא קאנטראקט ווי פשוט אינוועסטירן אין סטאקס? וואס זענען די בענעפיטן — און געפארן — וואס זענען דערמיט פארבינדן?
גיט געלט 22# פנחס גלויבער מיט חיים עקשטיין 23.11.2022 20:47
א מקח-קאנטראקט צו קויפן עפעס פון א קאמפאני שפעטער אין דער צוקונפט איז אויפ'ן סטאק-מארקעט יעצט ווערד געלט. א ווארט וועגן futures און וויאזוי ס'איז אנדערש ווי געווענליכע סטאקס
גיט געלט 21# פנחס גלויבער מיט חיים עקשטיין 16.11.2022 20:03
'קעש עדווענס' איז אן אינוועסטמענט ביי וועלכע געוויסע מענטשן דערלייגן אלעס וואס זיי פארמאגן און אנדערע ווערן ממש נתעשר. וואס איז דאס און וואס איז דער מער-זיכערער מהלך דערצו.
גיט געלט 20# פנחס גלויבער מיט חיים עקשטיין 09.11.2022 24:09
וואס מיינט Vix און Implied volatility, און וויאזוי ניצט מען די זאכן אויפ'ן 'אפשאנס' מארקעט. אויך, פארוואס מענטשן דערלייגן געלט אפילו נאכ'ן ניצן די מיטלען ריכטיג אפצושאצן וויאזוי זאכן גייען זיך אויסשפילן?
גיט געלט 19# פנחס גלויבער מיט חיים עקשטיין 01.11.2022 24:47
א הקדמה-הסבר פאר עלעקטראנישן געלט ווי ביטקאון און קריפטאו-קארענסיס -- וואס דאס איז, דער חילוק פון דעם ביז ׳געווענליכן׳ פאפירנעם געלט, און א ווארט וועגן אינוועסטירן אין די זאכן.
גיט געלט 18# פנחס גלויבער מיט חיים עקשטיין 26.10.2022 22:08
וואספארא אינטערעס האט די פירערשאפט פון א פובליק-קאמפאני אז אירע סטאקס זאלן ארויפגיין? וואס גאראנטירט די עפנטליכקייט אז די קאמפאני-פירערס דערציילן דעם אמת? אויך, וואס מיינט 'אינסייד טרעידינג' און פארוואס איז דער חטא אזוי הארב?
גיט געלט 17# פנחס גלויבער מיט חיים עקשטיין 19.10.2022 20:09
כ'האב אן אינוועסטמענט-מהלך וואס ארבעט דערווייל. ווי לאנג זאל איך ווארטן ביז'ן קענען פעסטשטעלן אויף זיכער אז מיין מיטל איז טאקע מוצלח'דיג?
גיט געלט 16# פנחס גלויבער מיט חיים עקשטיין 28.09.2022 18:38
ואס איז דער 'עס ענד פּי 500'? וואספארא תועלת קומט פון דעם ארויס? ווער איז אלץ אריינגערעכנט דערין, און איז עס א פלאץ וואו איך קען אינוועסטן? ס'איז כדאי?
גיט געלט 15# פנחס גלויבער מיט חיים עקשטיין 21.09.2022 27:03
וואס מיינט 'מארקעט קעפּ' און פארוואס איז דא א ריזן חילוק צווישן די מארקעט קעפּס פון די צוויי אויטאמאביל קאמפאניס טעסלא און דזשי-עם? — אויך, וויאזוי א 'פּאָמפ ענד דאָמפּ' סטאק-מארקעט שווינדל ארבעט
גיט געלט 14# פנחס גלויבער מיט חיים עקשטיין 14.09.2022 20:06
א מהלך צו מאכן אינוועסמענטס אין מער ווי איין פלאץ און דורך דעם מינימיזירן די ריזיקע פון דערלייגן דורך אויסרעכענען וועלכער סטאק וועט ארויפגיין צוליב דער זעלבער סיבה וואס דער אנדערער וועט פאלן. — פירוש רש"י אויף hedging
גיט געלט 13# פנחס גלויבער מיט חיים עקשטיין 07.09.2022 23:08
ואס איז דער עיקר סיבה פארוואס מענטשן קויפן סטאקס: די 'דיווידענטס' — די טשעקס וואס דער קאמפאני שיקט פיר מאל אין יאר, אדער צו קענען פארקויפן דעם זעלבן סטאק פאר א ריווח?
גיט געלט 12# פנחס גלויבער מיט חיים עקשטיין 31.08.2022 18:14
אויפ'ן סטאק מארקעט געשעען אינטערעסאנטע זאכן, אריינגערעכנט א היכי תמצא פון פארקויפן א זאך וואס כ'האב נאכנישט געקויפט. די שפיל איז פארבינדן מיט ריזיקע, אבער פאראן מיטלען, אריינגערעכנט וואס ווערט אין דער פראפעסיאנאלער וועלט גערופן Covered Puts וואס העלפן זיך באווארענען.
גיט געלט 11# פנחס גלויבער מיט חיים עקשטיין 24.08.2022 24:41
וואס זאל איך טאן ווען כ'וויל יא נעמען א ריזיקע מיט מיין אינוועסטמענט און זיך פארט פארזיכערן נישט צופיל צו דערלייגן? ר' חיים עקשטיין ברענגט אזא מהלך און איז מסביר דעם טייטש פון Covered Calls
גיט געלט 10# פנחס גלויבער מיט חיים עקשטיין 10.08.2022 22:46
וואס טו איך ווען איך וויל קויפן א סטאק אבער פארמאג נישט דאס געלט? א הסבר מיט פשט און אויך הדרכה למעשה פאר 'מאַרדזשין קאָל' (Margin Call)
גיט געלט 9# פנחס גלויבער מיט חיים עקשטיין 03.08.2022 24:28
וואס מיינט 'פּוט אַפּשאָן' (Put Option) און פארוואס רוב מענטשן דערלייגן דארט דאס געלט. אויך, וואס צו טאן כדי יא צו האבן א געלעגנהייט פון יא מאכן ריווח אין פּוט אַפּשאָן
גיט געלט 8# פנחס גלויבער מיט חיים עקשטיין 27.07.2022 26:36
'אפשאנס' איז איינס פון יענע פלעצער וואו 95 פראצענט שפעקולאנטן דערלייגן געלט. חיים עקשטיין לערנט עברי-טייטש פון 'אפשאנס' און איז מסביר וויאזוי דער 5-פראצענט מיעוט מאכט יא געלט
גיט געלט 7# פנחס גלויבער מיט חיים עקשטיין 20.07.2022 20:29
וואס מיינט 'מיוטשועל פאנדס' און ווער מאכט פון דעם געלט? וואס איז אן 'אי-טי-עף' און וואס זענען די מעגליכע מעלות פון דעם איבער אנדערע אינוועסטמענט? ר' חיים עקשטיין מיט הסבר און הדרכה
Similar podcasts
Replaio is not a podcast publisher; show names, artwork and audio belong to their authors and are distributed through public RSS feeds.